Jiddisch – Yiddish – יידיש

 

שטיצערישע טעלעפֿאָן־צענטראַלע פֿאַר מענער וואָס
האָבן איבערגעלעבט אָדער דראָונגען און גוואַלדאַקטן
אין אַ נאָענטע באַציִונג אָדער סעקסועלע אָנפֿאַלן

 

די שטיץ־ליניע פֿאַר מענער איז אַ נאַציאָנאַלע שטיצערישע
טעלעפֿאָן־צענטראַלע פֿאַר זײ וואָס האָבן איבערגעלעבט אָדער
פֿיזישע און פּסיכישע גוואַלדאַקטן פֿון עמעצן וואָס פֿירט אַ נאָענטע
באַציִונג מיט זײ, אָדער סעקסועלע אָנפֿאַלן אונדזערע אויפֿגאַבעס
האַנדלען זיך וועגן צוהערן, געבן פּראָפֿעסיאָנעלע עצות און
אינפֿאָרמירן וועגן וווּ מע קען קריגן הילף.

ס׳איז בחינם אונדז אָנצוקלינגען און מען איז אַנאָנים ווען מע
קלינגט אונדז אָן. מע קען ניט זען אויפֿן טעלעפֿאָן־קוויטונג אַז מע
האָט אונדז אָנגעקלונגען.

מיר רעדן שוועדיש, נאָר קען אָנשטעלן אַן איבערזעצער אויב נייטיק

טעלעפֿאָן 80 80 80 – 020 אָפֿן אַלע טעג 7–21

NCK פֿירט אָן מיט דער שטיץ־ליניע פֿאַר מענער לויט אַ באַפֿעל פֿון דער רעגירונג.